Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Bashvorong    

  Click for translation: English    

     

באַשווערונג

ליכטיקע וועזנס,
איר, וואָס פֿאַלט ווי בליטן סוף מייַ אויפֿן שטעג ;
איר, וואָס פֿאַרבינדט געוועזנס
מיט דעם איבערמאָרגנס ווייַטן ברעג ;
איר, וואָס שווימט אונטן אין קעלער
און אויבן, אין גאָלדענער היץ פֿונעם תּמוז,
וואָס באַהאַלט זיך אין פֿאַלדן פֿון אַלטע געמעלער
און דריקט זיך צו ברוסטן פֿון יונגע מאַמעס ;
איר, וואָס ציטערט קוים–קוים
ווי הויכע ווייַזערס אויפֿן זייגער פֿון דער צייַט ;
איר, וואָס רייַט אויף אַן איינזאַמען בוים
אין מיטן פֿעלד העט ווייַט ;
איר, וואָס קוקט דורך דער לבֿנהס פּורפּורנער שויב
צום בלינדן וואַלד, דעם אַלטן בעל–קבלה ;
איר, וואָס טראָגט זיך אויפֿן רוקן פֿון אַ טויב
און וואָס פֿאַרוואַנדלט אין גענאָד אַ קללה ;
איר, וואָס אייַער ריח
איז ווי דער ריח פֿונעם ווינט בייַם ברעג פֿון טייַך —
דאָ בין איך, דאָ שטיי איך,
דאָ וואַרט איך אויף אייַך.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org