Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > David on Yehonatan    

     
 

     
דוד און יהונתן

ואִם–יש–בִּי עָוֹן הֲמִיתני אַתָּה ועַד–אָבִיך לָמָּה–זֶה תבִיאֵניִ
שמואל א‘, כ 8

טויט מיך, יהונתן, און זאָלן לאַכן
די אויגן דייַנע מילד,
ווען פֿון מייַן בלוט וועט רויט ווערן דייַן שפּיז !
אין קבֿר, וווּ דייַן האַנט וועט מיך פֿאַרמאַכן,
פֿאַרטראָגט מייַן האַרץ דייַן בילד,
און ס‘ליגט דייַן שאָטן נאָך פֿאַר מייַנע פֿיס…

ס‘איז טיפֿער מייַן פֿאַרלאַנג פֿון דומהס טאָלן
און פֿלאַמיקער ווי ווייַן ;
אין דייַנע אָדלער–אויגן לייַכט מייַן זון !
ווי קען איך שאָולן מיט שׂינאה צאָלן,
אָ ברודער זיסער מייַן,
ווען דו, מייַן האַרצליבסטער, ביסט שאָולס זון ?…

ווען שאָול וואַרפֿט זייַן שפּיז אין מיר דעם שווערן
און טרעפֿט די שטומע וואַנט,
צי שיקט ער נאָך מיר טויט–שליחים אַרויס :
אָ, אַרט מיך נישט מייַן טויט, איך קען דיר שווערן, —
עס ברענט מיך לויטער שאַנד
פֿאַר דיר, יהונתן, פֿאַר שאָולס הויז !

און כ‘וויל נישט, אַז דייַן פֿאָטער זאָל באַשפּריצן
זייַן צאָרן מיט מייַן בלוט,
נישט ווייַל מיך שרעקט אבֿדונס שוואַרצער שלאָף, —
נאָר ווייַל דיך וואָלט גאָטס פֿלוך נישט לאָזן זיצן
אויפֿן טראָן דייַנעם באַרוט,
און אויף דייַן זוימען פֿאַלן וואָלט זייַן שטראָף !

דו זעסט דאָס פֿעלד ? — דאָ וועל איך מיך געפֿינען
דרייַ אומעטיקע טעג,
צום קעניגס מאָלצייַט קום איך נישט צו גיין…
קען זייַן, מייַן קעניגס צאָרן וועט צערינען,
אַ סוף נעמט צום געיעג, —
און רעטן וועל איך, גלויב, נאָר דיך אַליין.

נאָר אויב מייַן האַר וועט בליקן לאָזן פֿאַלן,
ווי שווערדן פֿון אַ שייד,
נאָר אויב זייַן צאָרן זוכט מייַן שאָטן, זוכט, —
איז אַלץ, יהונתן, שוין אַלץ פֿאַרפֿאַלן :
מען טויט מיך יונגערהייט —
און וויי ! דאַן ווערט דאָס קעניגהויז פֿאַרפֿלוכט !

אָ, דעמאָלט, דו מייַן קעניגקינד, ניט פֿרעג מער,
נאָר קום צו מיר אין פֿעלד
צו לויפֿן, ווי אַ טאַנצנדיקער אינד,
און האָב איך אויף דער ערד קיין וועג, קיין שטעג מער,
רוים דו מיך פֿון דער וועלט :
דיר וועט עס גאָט נישט רעכ‘נען פֿאַר אַ זינד…

מיט אויגן קום, וווּ ס‘לייַכטן זיך לבֿנות,
מיט ליפּן, וווּ עס בליט
דער ווייַנגאָרטן פֿון קושן — און צעברעך
דאָס האַרץ אין מיר מיט ווערטער פֿון רחמנות,
וואָס קלינגען ווי אַ ליד,
דערנאָך הויב אויף דייַן שפּיז אויף מיר — און שטעך !

כ‘וועל שמייכלען העל, ווי קינדער פֿאַרן שלאָפֿן,
און פֿאַלן מיט „האָח“,
פֿאַרזונקען אין דייַן אויגנפּאָר, וואָס שייַנט.
דער אָרעם אַדוניס וועט דיך נישט שטראָפֿן,
נישט שטראָפֿן פֿאַר דעם שטאָך :
עס הייליקט דיך דער ווילן פֿון דייַן פֿרייַנד.

אין יוגנט–חן דעם זיסן, צו אַ שטערן
געגליכן, ווען ער צינדט
זייַן נאַכטפֿייַער, גיי אויף פֿאַר מיר און הויב
דעם לעצטן שלייער, ליכטיק זאָל מיר ווערן,
הערסט ? — איידער איך פֿאַרשווינד,
אַזוי אַז לייַכטן זאָל נאָך מיר מייַן שטויב…

פֿאַרווערן וועל איך אים, מייַן ווילדן בענקען,
אין שאול צו מיר אַרייַן,
כ‘וועל טיף אין זאַמד באַגראָבן מייַן געוויין
און שאָולן זייַן שלעכטסקייט נישט געדענקען…
אָ ברודער זיסער מייַן,
באַרוט וועל איך דאָרט חלומען דייַן חן !

טויט מיך, יהונתן, און זאָלן לאַכן
די אויגן דייַנע מילד,
ווען פֿון מייַן בלוט וועט רויט ווערן דייַן שפּיז !
אין קבֿר, וווּ דייַן האַנט וועט מיך פֿאַרמאַכן,
פֿאַרטראָגט מייַן האַרץ דייַן בילד,
און ס‘ליגט דייַן שאָטן נאָך פֿאַר מייַנע פֿיס…
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org