Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Orpunkt    

  Click for translation: English    

     
אורפּונקט

מייַן גוף אונטערן מעסער פֿון כירורג
איז געלעגן אויפֿגעשניטן ווי אַ פֿיש.

ס‘איז אַלץ אין מיר געלאָפֿן
אַ געלאַף פֿון מייַז אויף אַ זינקענדיקער שיף.

ערגעץ נאָר
האָט אינדזלדיק גערוט אַ פּינטל,
געשוויגן און געבליבן איינס מיט זיך,
אַן איינציקייט אַ שטומע
אָן אַ זייַט פֿון דער מהומה.

איך ווייס פֿון דעמאָלט אָן :
ס‘איז אינעם מענטש פֿאַראַן אַזוינס,
וואָס איז אין אים און אויסער אים צו גלייַך —
אַזוינס, וואָס האָט נישט מורא פֿאַר קיין מעסער,
און רוט אין זיך אַליין ווי כּתר,
און בלייַבט.
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org