Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Rabia    

  Click for translation: English    

     
ראַביאַַ
(אַראַבישער סיוזשעט)

אַ גאַנצע נאַכט פֿלעגט ראַב
זי פֿלעגט זיך שטעלן דרויסן אויפֿן דאַך,
פֿון אַל–דאָס פֿינצטער ערדישע זיך אויסטאָן,
צו גאָט די שלאַנקע אָרעמס אַ שפּרייט אויס טאָן,
און זאָגן : „דיך באַגריסן טו איך איצט,
מייַן איינציקער באַגערטער, וואָס דו זיצסט
און קעניגסט צווישן שטערן ! ס‘ווערט דייַן הויך
אויף שטראַלן מיר געטראָגן פֿון דער הויך,
און כ‘שפּיר דייַן קוש אין אָטעם פֿון דעם ווינט,
אין יעדן שאָרך, וואָס פֿלאַטערט און אַנטרינט,
און ס‘קלאַפּט מייַן האַרץ און וויל דיך און באַגערט.
עס ליגן איצט די פֿרויען פֿון דער ערד
אויף תּאווהדיקן דומפּיקן געלעגער.
זיי קניען פֿאַרן מאַן, דעם ווילדן יעגער,
ווי חיות אָרעמע. נאָר מיר איז פֿרעמד
די תּאווה, וואָס צערייַסט אויף זיך דאָס העמד.
אויף מייַנע ליפּן ציטערט אַ געלעכטער :
איך לאַך פֿון חווהס לייַכטזיניקע טעכטער,
וואָס האָבן נאָך דייַן ליבשאַפֿט נישט דערקענט ;
דאָס בלוט דערקוויקט זיי — און דאָס בלוט פֿאַרברענט.
זיי קענען נישט דייַן ליבשאַפֿט, וווּ פֿאַראייניקט
איז רויקייט מיט גליק ; דייַן קוש, וואָס רייניקט,
דייַן גנאָדבליק, דו מייַן שטערנרייַכער קייסער !
אָ, קוש מיך מיט די ווינטן דייַנע הייסער
און רעד צו מיר אַלץ שטילער אויף דייַן שפּראַך“ —

אַ גאַנצע נאַכט פֿלעגט ראַביאַ זייַן וואַך.
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org