Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Shekhine    

       

     
שכינה

פֿאַר נאַכט, פֿאַר נאַכט, ווען ס‘מישן זיך
אין מערבֿ גאָלד מיט אַש,
און שׂרפֿים רעדן צווישן זיך
און ס‘טרויערט דער בר–נש ;

ווען קערפּערס ווערן ווינקלדיק,
פֿאַרלירן דעם קאָליר,
און שטערן קומען פֿינקלדיק
ווי שומרים פֿאַר גאָטס טיר ; —

ווען ס‘וועבט זיך דאָס געפּילדער אויס
פֿון ברוק און טראָטואַר,
און ס‘מאָלט אין שאָטן בילדער אויס
דעם עבֿרס מילדער שׂר ; —

דאַן רעדט דייַן שטילע שטים צו מיר,
וואָס גייט ווי פֿון אַ ים,
דאַן קומט דייַן בילד און שווימט צו מיר
און פֿלאַטערט אָן אַ ראַם.

דייַן גאַנץ געשטאַלט באַנעם איך נישט,
איך פֿיל נאָר, אַז דו ביסט ;
וווּ ליגט דייַן גאָרטן ווייס איך נישט —
איך ווייס נאָר, אַז דו בליסט.

דו בליסט אין זיבן יונגען !
דאָס האַרץ מייַנס, דאָס געפּלעפֿטס, —
יונגען C עס ציט מיט טויזנט צ
צום גינגאָלד פֿון דייַן לעפֿץ.

מיט ים–אָטעם פֿאַרפֿלייצסטו מיך,
ני, E מיט ליכט פֿון אַדו
אַ קוק — און גלייַך אַנטגייסטו מיר,
דו, וווּנדער–שיינע פֿרוי !
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org