Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Sfinks    

       

     
ספֿינקס

ווען ס‘שטייט די זון אין ווינקל מערבֿ
און ס‘זאָגט דער ווינט מיט איר „המפּיל“,
ביז זינקען נעמט איר קאָפּ — און פּלוצלינג
באַפֿאַלט אַ זומערשלאָף איר אַפּל ; —

ווען ס‘עפֿנט אויערן צו הערן
ווי יונגע גאָרטנרויזן זיפֿצן
דעם טאָגס געפֿאַנגענע, די שטילקייט,
און לעזט פֿון שאָטנס די געשריפֿטסן ; —

ווען פֿרייַנדלעך גיסן זיך צוזאַמען
דער וועלטס צעוואָרפֿענע ניגונים,
און אַ פֿאַרהערטער ציט דעם האַלדז אויס
דער שטאַנג, וואָס שטייט איבערן ברונעם ; —

ווען ערגעץ הויך דאָרט, ערגעץ ווייַט דאָרט,
אין וואַלד פֿון הימלען בלוילעך מאַטע
פֿאַרבלאָנדזשען שטערן, ווי די קינדער,
און פֿרעגן : „וווּ איז אונדזער טאַטע ?“ —

דאַן רעדט צום גייַסט, וואָס לעבט אין מענטשן,
אַ ספֿינקס פֿון וווּנדער–אַלטן עלטער,
אַ ספֿינקס פֿון וווּנדער–קלוגער קלוגשאַפֿט,
און טיפֿע רעטענישן שטעלט ער.

און ס‘קוקט אַרויף צום הויכן וווּנדער
דער גייַסט, דער שקלאַף, ווי צו אַ קייסער,
און קען נישט טרעפֿן, וואָס עס פֿרעגט אים
דער ספֿינקס, דער אָפּגרונט טיפֿער ווייסער…
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org