Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Miriam Ulinover > Di brokhe    

  Click for translation:  French | English    

   
די ברכה

צייל איך , צייל איך זייַנע בריוולעך ,
בריוועלעך אַ סך ;
צופּט די באָבע מיך בייַם אַרבל :
— „לאָז זיי , לאָז געמאַך !

אויף געציילטע זאַכן , קינד לעב ,
רוט קיין ברכה נישט !” —
האָב איך ווידער אין אַ מיש מאַש
זיי צונויפֿגעמישט .

לאַכט דאָס האַרץ בייַ מיר אין דרינען
האָפֿערדיק און שטאַרק
צי דען קאָנען זייַנע בריוולעך
ווערן קנאַפּ און קאַרג ? ...

***

יאָרן פֿליעִן . בלאַסער , ווייַסער
פֿאַר דער קאַלעכוואַנט
וועג איך ס'פּעקל אַלטע בריוולעך
אין מייַן שמאָלער האַנט ...

ליגט דאָס פּעקל אויף דער האַנטפֿלאַך
ווילד צונויפֿגעמישט ;
לייַכטער איז עס נישט געוואָרן ,
שווערער אויכעט נישט !

אוי , ווי ס'ווערן פּלוצים האַרטלעך
אויף מייןַ קאָפּ די האָר ...
ניין , ער האָט מיך נישט פֿאַרגעסן ,
באָבע לעב , נישט וואָר !

ניין , ער האָט זיך נישט געביטן
הייבט זיך גאָר נישט אָן !
כ 'האָב נאָר , ציילנדיק די בריוולעך ,
די ברכה אָפּגעטאָן ...

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org