Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Moyshe Shimel > Prozayishe Vendung    

  Click for translation: English  French    

     
פּראָזאַישע ווענדונג

אָ, ליבע פרײלין, פון דער צוקונפטיקער צײט,
וואָס איז פאר מיר פאַרנעפּלט נאָך און ווײט –
ווען וועסט מײן ביכל נעמען אין דער האַנט,
דערמאָן זיך אין מײן טרויעריקן באַשטאַנד.

איך האָב געלעבט נאָר מיטן כוח פון אינערץ
און כ'האָב אין לעבן מײנעם גאָרנישט נישט דערוואָרבן,
כאָטש מ'האָט געזאָגט, כ'פאַרשטײ די קונסט פון פערז,
בין איך פאַר הונגער, יעדן טאָג געשטאָרבן.

ווײל אין מײן צײט האָט מען געהאַלטן נאָך פאַר גוט,
אַז אַ פּאָעט זאָל שפּײען טאָג און נאַכט מיט בלוט
און דערבײ נאָך דינען פעסט און טרײ
אַ פּאָליטישער פּאַרטײ.

איך האָב געשטרעבט צו זײן אַ בירגער, פּונקט ווי אַלע
ווײל כ'האָב מײן פונקציע פּינקטלעך אויסגעפירט.
נאָר ס'יז די צײט געוועזן אַ פאַטאַלע
און לידער האָבן קײנעם נישט גערירט.

איז האָב איך זײ געזאַמלט דאָ אין ביכל
פאַר מיר, פאַר דיר, פאַר קײנעם מער –
איצט נעם אַרויס אַ זײדן טיכל
און טו אַ זיפץ און לאָז אַ טרער.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org