Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Zalman Shneour > Between    

  Click for translation: English    

     

צװישן

1

עולם הבא פֿאַרקױפֿט פֿאַר אַ קאַפּעלע גליק –
מײסטער, מען װעט דיך באַשטראָפֿן!
אַ װעלט ניט־דערהובלט, װי מאַרמאָר אַ שטיק,
װעט דיך צודריקן, װען דו װעסט שלאָפֿן.

ניט־דערזאָגטע נבואות, זע, הינקען אין גאַס,
און װײנען פֿאַריתומט אױף טרעפּן!
אױף רױכיקע פֿונקען, דײן ליבע און האַס,
די גײסטיקע בעטלער צעשלעפּן.

און װערטער-פּאַיאַצן קאָפּירן דײן שװאונג
און קװיטשען׃ "נאָך בעסער, נאָך העכער!"
װעסט אױפֿשטײן צערײצט, עס איז טרוקן די צונג
און לײדיג דער ערדישער בעכער. –

2

דער פֿרימאָרגן גײט אַװעק טאָג־אײַן טאָג־אױס אין טרױמען,
די ליבלעכע ביז־מיטאָק־צײט – אין יוצא זײן פֿאַר לײט.
דו טרינקסט און װײסט ניט װאָס, געדאַנקען־כװאַליעס שױמען.
בולק־בולק דער רױטער װײן, די אױגן קוקן װײט.

איבער טורעם קוקן זײ אין דענקמאָל און מוזעאום,
װי רענגבױגנס טאַפּנדיק דעם װאַלדיקן עק־װעלט;
און אונטן יאָגט אַ גאַס און רױכערט פּעטראָלעאום
צום אָפּגאָט פֿון דער שטאָדט, פֿון שמוץ, פֿון "צײט איז געלט"...

עס װאָרענען קלוגע פֿרײנד׃ "זעה, היט זיך פֿאַר טראַמװײען!
און שנײדסטו דורך אַ גאַס, פֿאַרטראַכט זיך ניט און קוק"!
און זעען ניט װי ס'פֿאַלן צעטראָטענע און שרײען
געדאַנקען־אָדלערלעך – צום קרעצעװדיקן ברוק.

3

די יוגנט איז אַװעק, דאָס זאָלסטו אין דער שטיל
דיר זאָגן! –
װען ס'פֿאַלט דער אָװנט־צו, אין װינקל זעגט אַ גריל
און גלעקער אין דער װײטנס קלאָגן.

דעם בעכער אױסגעטרונקען ביזן טיפֿן דעק,
גענאָסן.
אױף דעם װײסן טישטעך ברענט אַ רױטער פֿלעק.
בלוט צי װײן האָסטו פֿאַרגאָסן?

די גראָקײט פֿאַלט װי שנײ, די פֿלעקן װעט זי גיך
פֿאַרװישן.
און בלײבן װעט אַ נאַר, װעט קנײפּן זיך אין פּליך
און קלאַפּן קאָפּ אָן קישן.

4

דײן ליד קומט װידער אָן פֿון װײטנס אױף אַ כװאַליע,
זי רײט אין װײסן שױם װי אױף משיחס פֿערד;
אין הימל שײנען װידער געלבע מאַרגעריטקעס
און שטערן קלוגע בליען אױף דער גרינער ערד.

װי רײך עס הענגט דאָס גרינס און גיסט זיך איבער בױמער!
די בליעכץ – שױם און שפּיצן, הױפֿנס ראָזאַ־קרעפּ;
עס פֿליען פֿיש און זילבער־שװאַלבן שװימען,
און מײדלעך בלאָנדע טראָגן זונען אױף די קעפּ.

דײן ליד שיסט אָפּ אַ בליץ אַ שטומען, אָן אַ דונער,
די פֿינגער דײנע ציטערן פֿון אומגעריכטער קראַפֿט;
עס קוקט זיך ליבלעך אָן די שטרענגע װעלט און װינקט דיר׃
"געבענטשט איז אַלץ װאָס לײדט און בױט, װאָס װײנט און שאַפֿט."

עס װערן װײך און צאַרט פֿאַרדאַרטע פּערגאַמענטן,
די אותיות – אױגלעך שװאַרץ מיט פֿײערלעך אין בליק;
הױב, מײסטער, אױף און שלאָג מיט האַסט דײן שאַרפֿע דלאָטע!
און האַק דײן העראָ אױס פֿון טעמפּן האַאָס־שטיק.

פּאַריז, 1924.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org