Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Zalman Shneour > Face to face    

  Click for translation: English    

     

מיט זיך צו בלײבן

מיט זיך צו בלײבן אױג אױף אױג  –
דאָס איז אַ גרױסער שרעק;
דאָס איז אַ שפּיגלען זיך אין תּהום
אַ שװינדל-טרעפּ אָן עק.

די שטילקײט װײנט. די פּוסטקײט בלױט  –
אַ מדבר איבערן קאָפּ;
מען לױפֿט צום טומל, צו אַ לאָמפּ.
צום פּאַרעדיקן טאָפּ.

מען װאַסערט-צו די ביטערקײט,
מען ציבלט זי, מען זיסט;
מען טוליעט זיך צו יעדן הונט,
מען װאַרעמט זיך אין מיסט.

מען גרײט אױף װינטער ליבשאַפֿט אָן,
װי האָלץ און נאַפֿט און קױל  –:
"איך – דיר אַ ליגן און דו – מיר,
און ס'איז אונז בײדן װאױל...!"

*    *    *

מיך ציט צו יענע, װעמענס װיג
אַ שטורעם האָט געװיגט;
װער ס'איז געװאַקסן האַרט און פֿרײ,
מיט  גאָט און שד צעקריגט.

װער ס'היט זיך זינקען, װי אַ פֿליג,
אין קלעפּעדיקן גליק;
צי, װי אַ פֿערד, געפּענטעט שטײן
אין פֿרײנדשאַפֿטלעכע שטריק.

װער גרױסע װײטאָקן באַהאַלט,
װי פּערל אין אַ שאַנק;
און טײלט און זײט זײן ביסל פֿרײד
און שעמט זיך פֿאַר אַ דאַנק.

די הענט פֿול קראַפֿט, די זעל פֿול ליכט,
דער פּנים װי אַ שטײן...
נאָר דער קאָן רואיק אָנקוקן,
אין װעלט-תּהום, זיך אַלײן.

פּאַריז, 1927.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org