Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Zalman Shneour > We Live With Memories    

  Click for translation: English    

     

מיר לעבן מיט זכרונות

מיר לעבן מיט זכרונות – געבראַכט פֿון יענער זײט, –
גוטע  ברידערלעך, גענוג צו לײגן!
פֿאַרלאָרן שטעטלעך, שטאָט נאָך ניט פֿאַרדײט,
װער ס'איז נאָר אױפֿריכטיק זאָל בעסער שװײגן.

גענוג באַגײסטערט זיך פֿון דאַמף און האַסט און רױך,
פֿון אײזן־בראַזגערײ, פֿון עלעװײטאָרס־ברומען;
גענוג געפֿלירטעװעט אױף װאָלקנקראַצערס הױך
און באַגאָסן מיט מאַשינען־אױל די בלומען!

דאָס איז אַלץ אָפּגעפֿאַרבטע מיסט, באַרימערײ
פֿון שול־אינגלעך װאָס רױכערן ציגאַרן׃ –
"עס איז אונדז װאויל, עס איז געשמאַק, אַי, אַי!"
און אין דער שטיל...מען קען דאָס בלוט ניט נאַרן.

אונדז שטיקט דאָס פֿיבערדיקע אָטעמען מיט נאַפֿט
פֿון די, אין קופּער, אײנגעשלאָסענע טײװאָלים;
פֿון אָפּגעהאַקטע װאָרצלען טריפֿט אונדז רױט דער זאַפֿט,
בײַ יעדן גאַס־װינקל צעטראָטן ליגט אַ חלום.

אַ דינסט צו זײן האָבן מיר באַשאַפֿן די מאַשין
און צו אַן אָפּגעטין האָט  ז י  זיך גיך דערהױבן;
זי טרעט די קינדער אונדזערע – גולמדיק, אָן זין,
און מיר פֿאַרפּױקן זײער שרײ און... גלױבן, גלױבן.

מיר "פֿײפֿן" אױף געפֿיל׃ ס'איז אָפּגעלעבט און אַלט!
און קוקן אױס, אין שטױב פֿון זיג און גדולה׃
צי קומט ניט אַ משיח, באָרװעס, פֿון אַ גרױסן װאַלד
אונדז אױסצולײזן... אָ, גרינע, לעצטע גאולה!

1929.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org