דער װאָס האָט קײן הײם ניט מער,
און האָט ניט קײן געליבטע, –
װעלקט אין קאַפֿע־הױז אַלײן
טעג און נעכט באַטריבטע.
גלאַנצט אַרום געמאַכטע גאָלד,
בליאַסקען פֿרעך די שפּיגלען;
אַלע גליקן אָפֿן, נאָר
דאָס אײנע – אונטער ריגלען...
װעיטער! נאָך אַ גראג אַהער,
נאָך אײן שװאַרצע קאַװע!
װאָלסט אַ רעד־געטאָן מיט אים –
לאָזט ניט פֿאַלשע גאוה.
לױפֿסט פֿון קאַפֿע־הױז אַװעק,
אָ, אין גאַס איז לוסטיק!
ס'שװימען פֿרױען – מײלכלעך זיס
און די בוזעמס – ברוסטיק.
פֿאָרן דראָזשקעס ערגעטז־װאו, –
פֿענצטערלעך פֿאַרהאַנגען;
אונטער לאָדנס ברענען שטיל
לעמפּלעך און פֿאַרלאַנגען.
מיאוסט זיך צו קױפֿן דאָס,
װאָס עס פֿעלט אין האַרצן;
לױפֿסט אין קאַפֿע־הױז צוריק׃
װעיטער, נאָך אַ "שאַװרצן"!
1930.