די שויבן זענען פֿאַרלאָפֿן
פֿון פֿרייד, אָדער פֿון טרויער?
אין פֿרימאָרגנדיקע נעפּלען פּאָרן זיך הינט,
שוואַרצע מיט ווײַסע,
ווײַסע מיט שוואַרצע.
אָרעם זענען די בעכערס פֿון די לעצטע בלומען
אין מײַן גאָרטן.
נאָר ס´קומען בינען מיט גאָלדענע רוקנס
און שטופּן זיך,
שטופּן.
וואָס וויל דער קאָטער מיט די גרינע אויגן?
וועמענס סוד היט ער אָפּ
בײַ אונדזער טיר?
מיר קוקן זיך אָן ביידע
טיף און לאַנג.
וואָלקנס איבער ברונימער,
וואָלקנס.
און פֿאַרנאַכט –
שטייט אַ וואָגן,
שטייט אַ פֿערד
אײַנגעשפּאַנט.
אײַנגעטונקט אין זון זענען דעם פֿערדס פֿאָדערשטע פֿיס,
אַ האַלבער בויך
און דאָס אונטערשטע ראָד פֿון וואָגן.
אין ליידיקן געסל טו איך אויס מײַנע שיך
און נעם די לייצעס אין די הענט אַרײַן.