פֿאַרנאַכט וואָלט יעדער בלאַט
געוואָלט אַ פֿויגל זײַן.
גיי איך אַרום מיט אַ קרוג אין דער האַנט
און קלויַב זייערע טרערן אַרײַן.
אויפֿן טײַך האָבן שאָטנס פֿון ביימער זיך אַרומגענומען שוין
און שטיל צונויפֿגעלייגט די קעפּ.
באַלד וועלן הינט זיך צעבילן און אויפֿשנײַדן דאָס שווײַגן
מיט לאַנגע מעסער ביז צום הימל.
באַלד וועלן הינט זיך צעבילן-
ציטערט דער קרוג אין מײַן האַנט.