Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Reyzl Zykhlinsky > On the stairs    

  Click for translation: English | French    

     
אויף טרעפּ

כ´בין געגאַנגען אויף טרעפּ,
כ´בין גאגאַנגען אַרויף.
ערגעץ מוז דאָך זײַן אַ פֿענסטער,
וווּ מע קען אויסשטרעקן די הענט
צום גרויען ליכט.
אויף עפּעס אַ שטאָק האָב איך באַגעגנט
אַ פֿרוי,
אַ לאָמע.
זי האָט זיך געשאַרט אַראָפּ,
אַראָפּ.
אַ ווײַלע האָב איך זיך אײַנגעהערט אין פּוסטן קאָרידאָר
צו אירע טריט –
דערנאָך בין איך אַ פֿאַרמשפּטע
איר נאָכגעגאַנגען.

 

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org