Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Reyzl Zykhlinsky > Samson    

  Click for translation: English | French    

     
שמשון

ס´איז געווען אין אַ שטילן פֿאַרנאַכט.
אויפֿן פֿענסטער האָט זיך געלאָשן
אַ קריגל מיט האָניק:
אויפֿן טיש – אַ זאַלצמעסטל מיט זאַלץ.
דלילהס קני זענען געווען ווײַס און רונדיק
און שמשונס ליפּן
גראָב, נאָר טרויעריק.
אַלץ איז שוין געווען:
דאָס ווײַב,
דער לייב,
דער האָניק.
אין דרײַהונדערט פֿוקסן אַרײַנגעבלאָזן פֿײַער,
אויפֿן באַרג הרמון אין אַ פֿאַרטאָג
אַרויסגעטראָגן אויף די אַקסלען
די טויערן פֿון אַ שלאָפֿנדיקער שטאָט.
מיטן קינבאַק פֿון אַן אייזל
טויזנט מאַן געשלאָגן,
טאָלן געקושט
און בערג אויף די הענט געטראָגן.
אַלץ איז שוין געווען.
אָ, דו ווײַב פֿון טאָל שורק,
זע, איך בין שטאַרק
נאָר איך בין טרויעריק!
לייז מיך אויס!
לייז מיך אויף!
זעסט מײַנע לאָקן?
נעם, שנײַד זיי אָפּ!
בינד מיר די הענט,
בינד מיר די פֿיס!
איך וויל זײַן אַזוי ווי דו,
אַזוי ווי איר,
אַזוי ווי אַלע.
איך וויל מורא האָבן פֿאַר אַ לייב,
און כ´וויל קניִען פֿאַר אַ באַרג!

אָ, דו ווײַב פֿון טאָל שורק!
און שמשון האָט געקושט דלילהס קני,
און שמשון האָט געוויינט אויף אירע קני.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org