Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Reyzl Zykhlinsky > Sin    

  Click for translation: English | French    

     
זינד

אַ צלם, אַ נאַקעטער אין מיטן פֿעלד,
האָט אַ שיקסע דאָס פּנים
מיט די הענט פֿאַרשטעלט,
דעם שטערן אַראָפּגעבויגן,
און אירע צעפּ צוויי,
די בלאָנדע, אויפֿגעפֿלאָכטענע,
שטאַרבן ווי טויבן צוויי,
געשאָכטענע
דורך סטאַכס צוויי רויטע הענט.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org